Tzailem Camp Song

Tzailem Camp Song

Regular price $0.00 Sale

די הארץ אזוי עס פרייט זיך
פון זיך אליין פארשטייט זיך
וועלכע קעמפ איז די בעסט, אט הערט
בכל יום אחכה
צו זיין אין צעהלים טאקע
אין ערוגת הבשם, יעדן טאג איז ווערט

מדריכים אנשי מעשה
אשרי עין ראתה
אזוי איבערגעגעבן און געטריי
קעמפ איז פול מיט מעלות
יעדער כאפט התפעלות
לאמיר אלע געבן א געשריי

מחנה צעהלים געב א שפרינג
מחנה צעהלים יא עס קלינגט
תורה, תפילה איז אונזער חותם
עקטיוועטיס געשמאק
מיט א ברען און א קנאק
דא אין מחנה ערוגת הבשם

ווען א יונגל טאנצט און שפרינגט
ווען א קעמפער זיך צעזינגט
ביי א שבת סעודה קומט אראפ אורות
ניגונים מלא טעם
אזוי איידל אן אויסנאם
ערליך ווי די אמאליגע דורות