Amram Aker - Lag Baomer in Kiryas Yoel
Regular price
$9.99
Sale
רבותי!!! דאס מאל איז עס א גוטס!!!
עס קומט אן די פרייליכע נייעס איבער א זעלטן רייכע פראיעקט וואס האלט אט אט ביי די לעצטע שטאפלען.
׳ל״ג בעומר אין קרית יואל׳ איז היינט א ווארט וואס איז גענצליך איבעריג מסביר צו זיין פון וואס מ׳רעדט, ווערענדיג אין די לעצטערע יאהרן פארוואנדעלט און א כמו ״מירון באמריקא״ וואס ברענגט צוזאם יעדעס יאהר א מספר פון אלפי אלפים יודן, אנשים נשים וטף, וואס קומען מיטהאלטן די אויסטערליש רייכע, ווארימע, דערהויבענע, מעמד וואס ווערט אפגעראכטן בחוצות העיר. אנגעפאנגען מיט די ניגוני התעוררת פון אנפאנג, און ווערט נאכגעפאלגט מיט די געהויבענע הדלקה ורקודי קודש בחוצות העיר לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
די נייעס פון דאס יאהר איז:
נאך די געהויבענע מעמד ההדלקה ל״ג בעומר פאריאהר שנת תשע״ח העעל״ט, האבן מיר זיך אראפגעזעצט איבערארבעטן די רעקארדינג. און נאך לאנגע לאנגע ארבעט האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס ליגט אונז אין די הענט א ׳גאר רייכע זעלטענע אוצר׳ וואס איז גוט פאר סיי וועם אין סיי ווען.
א גאר רייכע פילע קווייער פון אריבער א מנין זינגערס, עטליכע יונגלעך מיט זייער גאר שיינע שטימעס, די לעבעדיגע רייכע מוזיק דורך ר׳ יודל אקער, אין באגלייטונג פון עטליכע גאר שיינע אינסטרומענטן - און בעיקר די גאר הארציגע פידל וואס צונעמט די נשמה, מייסטערהאפטיג אנגעפירט און פארגעזינגען דורך ר׳ עמרם אקער - ראש המשוררים בחצרות סאטמאר.
אראפגעלייגט אין א זעלטען רייכע הערליכע מיקס דורך ׳נועם סטודיאו׳ וואס נעמט איבער די גאנצע מענטש, אזש איר וועט מוזן מיטזינגען און מיטטאנצען….
גלייבטס מיר איר וועט דאס נישט קענען אויסלעשן… פון ווען ס׳הייבט זיך אן אזוי רייך און שיין... ״אויהוי אך לאלקים דומי נפשי״…. דערנאך ווערט איר אריבער געפירט צו… ״אבינו מלכינו אבינו אתה״…. און אזוי ווייטער די גאנצע ליסטע מיט געקליבענע גאר ווארימע ניגונים וואס ווארעמט אן ביז די טיפענישן פון די נשמה, אריינגעווארפן עטליכע סאלאס פונעם גאר הארציגען פידעלע. און ווער רעדט ווען מקומט אן צום ׳קה אכסוף ניגון׳ אוי ווי שיין… אוי ווי דערהויבן… נאגעפאלגט מיט די הארציגע קינדערישע קלאנגען… ״אוי ריבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדעלעך״…
ווי נאר איר הערט דעם שטאטען ״לכבוד התנא האלקי״…. טרעפט איר זיך שטיין צנויפגעדריקט מיט טויזענטער אידן אין טיפן שפאנונג, זיך גרייטענדיג אט אט אויפן ׳הדלקת המאורות׳….
און דאן….
עס לויפט אדורך א עלעקטעריזעטי דעם גאנצען גוף פון אינטן ביז ארויף מיטן אויסברעך ״לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי״…….. איר וועט זיך טרעפן שפרינען פון בענקל….
דערנאך קומט די גאנצע זמירות אראפגעזינגען אין א מורא׳דיגע פייער און ברען. און דאן קומט די לאנגע ריקודים פון א לאנגע רייע מיט גאר פאסיגע פריילכע ניגונים, אזוי שיין, ווארעם, און לעבעדיג. וכו׳ וכו׳…..
אויב וועט איר פרעגן ס׳איז נאך נישט ערב ל״ג בעומר? וואס איז יעצט?
איז די תירוץ צוויי פאכיג.
ערשטענס ערב ל״ג בעומר וועט איר דאס נישט קענען הערן… צוליב ספירה…
און בעיקר ווילן מיר אייך מעלדן: עס איז בכלל נישט קיין ׳ל״ג בעומר סידי׳…. עס איז א סידי וואס איר וועט ניצן אין יעדע צייט פון יאהר! סיי די ווארימע ניגונים, און סיי די ריקודים.